Telegram Group Search
רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן און סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל אין א בריוו צו פרעזידענט ביידען פארלאנגען אן אויסקלארונג און דריקן אויס זארג איבער באריכטן אז די ביידען אדמיניסטראציע האט אפגעשטעלט געוויסע וואפן פעקלעך פאר מדינת ישראל.
קאנגרעס רעפובליקאנער האבן פארגעשלאגן א ביל וועלכע וועט פארלאנגען אז קאלעדזש סטודענטן וועלכע ווערן געפונען שולדיג אויף אומלעגאלע אקטיוויטעטן אויף קאלעדזש קעמפוסן נאך אקטאבער 7, זאלן געצווינגען ווערן צו טון 6 מאנאטן קאמיוניטי סערוויס אין עזה.
פרעזידענט ביידען האט געמאלדן פרישע טאריפס אויף $18 ביליאן ווערד פון כינעזע אימפארטירטע פראדוקטן.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
דער פרעמיער מיניסטער פון סלאוואקיי, ראבערט פיקא, איז געשאסן געווארן. זיין צושטאנד איז דערווייל נישט באקאנט. דער שיסער איז ארעסטירט געווארן.
פרעזידענט ביידען זאגט אז ער איז גרייט צו דעבאטירן דאנעלד טראמפ 2 מאל אין יוני און סעפטעמבער, אנדערש ווי די געווענליכע 3 דעבאטעס וועלכע ווערט אראנדזשירט דורך א ספעציעלע קאמיסיע.

טראמפ אויף זיין סאציאלע מידיע פלאטפארמע האט אנגענומען די אנבאט.
אידישליך נייעס
Photo
פרעזידענט ביידען זאגט אז די ערשטע דעבאטע וועט געהאוסט ווערן דורך CNN, און וועט פארקומען דאנערשטאג שלח, יוני 27.
טעקסאס גאווערנער גרעג עבבאט האט געגעבן א פולער פארדאן פאר ארמיי סארדזשענט דעניעל פערי, וועלכער איז פאראורטיילט געווארן צו 25 יאר טורמע נאכן פאטאל דערשיסן א BLM פראטעסטירער אין 2020.

די שיסעריי האט זיך אפגעשפילט אין יוסטאן טעקסאס, ווען גערעט פאסטער, אן 28 יעריגער ווייסער עיר פארס וועטעראן האט לויט פערי געפאכעט מיט אן AK-47 קעגן פערי וועלכער איז געזיצן אין זיין קאר דורכאויס א פראטעסט. אין רעאקציע האט פערי געעפענט פייער פון וועלכע פאסטער איז אומגעקומען.
אין א געמיינזאמע אפעראציע צווישן קרעפטן פון צה"ל און שב"כ האבן זיי באוויזן צו ארויסראטעווען די קערפער פון 3 אומגעקומענע משכונות, יצחק גנלרטר, עמית בוסקילה און שני לוק הי"ד, וועלכע זענען אפגעפונען געווארן אין א כאמאס טונעל אין עזה.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די העליקאפטער אין וועלכע דער איראנער פרעזידענט ראסי און דער איראנער אויסערן מיניסטער זענען געפלויגן איז פארשווינדן געווארן, נאך א באזוך ביי די גרעניץ מיט אזערביידזשאן. זייער צושטאנד איז דערווייל אומבאקאנט.

די העליקאפטער האט מעגליך געמאכט א קראך לאנדונג צוליב די גאר שווערע וועטער. מערערע איראנע הילף אגענטורן יאגן זיך צום סצענע ארויסצוהעלפן מיט די זוכעניש נאכן פרעזידענט.
אידישליך נייעס
די העליקאפטער אין וועלכע דער איראנער פרעזידענט ראסי און דער איראנער אויסערן מיניסטער זענען געפלויגן איז פארשווינדן געווארן, נאך א באזוך ביי די גרעניץ מיט אזערביידזשאן. זייער צושטאנד איז דערווייל אומבאקאנט. די העליקאפטער האט מעגליך געמאכט א קראך לאנדונג צוליב…
נאך לאנגע שטונדן פון זוכענישן האבן איראנע אויטאריטעטן מיט די הילף פון זוכעריי כוחות פון טערקיי און נאך לענדער באוויזן צו טרעפן ברוכווארג פון דעם איראנער פרעזידענט'ס אראפגעקראכטע העליקאפטער.

די סיטואציע מיט דעם פרעזידענט איז דערווייל אומבאקאנט.
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
א פראקוראר פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט געמאלדן אז ער האט אריינגעגעבן אן אפליקאציע און פארלאנגט קרימינאלע ארעסט ווארענטס קעגן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו און פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט.

אויך האט ער פארלאנגט ארעסט ווארענטס קעגן חאמאס פירער יחיא סינוואר, מחמוד אל-מאסרי און איסמאעל האניא.

אמעריקאנער געזעץ געבער ווארענען מיט שארפע סאנקציעס קעגן די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אין רעאקציע..
אידישליך נייעס
Photo
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
פרעזידענט ביידען האט היינט ביי א רעדע פארנט פון די ווייסע הויז קלארגעשטעלט אז אמעריקע ווארפט אפ די אפליקאציע פון די ICC פאר ארעסט ווארענטס אויף מדינת ישראל פירער.

ביידען האט אויך קלארגעשטעלט אז וואס קומט פאר אין נישט קיין "דזשענאסייד", און אז מדינת ישראל טוט אלעס וואס זיי קענען צו פארזיכערן ציווילע בירגער.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
בריטישער פרעמיער מיניסטער רישי סונאק מעלדט אפיציעל דאס אויפלעזונג פונעם פארלאמענט, און באשטימט פרישע נאציאנאלע וואלן פאר יולי 4.

לויט ווי די אנקעטעס צייגן יעצט וועט די קאנסערוואטיווע פארטיי דערלייגן זייער מאיאריטעט אין פארלאמענט און דערביי דאס פארמירן א רעגירונג צום ערשטן מאל אין 12 יאר.
צה"ל אינאיינעם מיט שב"כ האבן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו אומקערן די קערפער פון 3 משכונות, חנן יבלונקה, מישל ניסנבאום און אוריון הרננדז הי"ד, וועלכע זענען אפגעפונען געווארן אין א טונעל אין עזה.

עס זענען דערווייל פארבליבן 125 משכונות אין עזה, פון וועלכע מדינת ישראל שפיאנאזש שאצט אז ווייניגסטנס 40 זענען שוין נישט ביים לעבן הי"ד.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט ארויסגעגעבן אן אורטייל אז מדינת ישראל דארף ענדיגן זייער אפעראציע און זיך ארויסציען פון רפיח.
2024/06/29 22:29:13
Back to Top
HTML Embed Code: